מרים איז געווען די דריטע טאכטער פון רבי נחמן פון ברעסלאווער. זי האט חתונה געהאט מיט פנחס, זון פון רבי אריה לייב פון וואלאטשיסק, וועלכער איז געפארן מיט זיין פאטער’ס גרופע קיין ארץ ישראל און איז נפטר געווארן באלד נאך אנקומען; זיי האבן נישט געהאט קיין קינדער.
עטליכע יאר שפעטער, האט אן אנדער זון פון רבי אריה לייב זיך אנגעבאטן צו באגלייטן מרים קיין ארץ הקודש. רבי נחמן האט מסכים געווען, און איז געגאנגען דעם ערשטן שטיקל וועג לעבן די רייזנדע צו פוס, זאגנדיג אז מען פארט נישט ווען מען באגלייט מענטשן וואס גייען קיין ארץ ישראל. אין ארץ ישראל, האט פנחס’ס ברודער מיט איר חתונה געהאט אין דער מקיים זיין די מצוה פון ייבום. לויט דער טראדיציע איז זי באגראבן אין אלטן בית עולם פון צפת.