רבי עקיבא בן יוסף איז איינע פון די גרעסטע פיגורן אין דער יידישער געשיכטע. לויטן תלמוד, איז ער געווען אן אומגעלערנטער פאסטוך ביזן עלטער פון פערציג יאר, ווען, אנגעמוטיקט דורך זיין ווייב רחל , האט ער אנגעהויבן לערנען תורה. נאך אסאך יארן אוועק לערנען, איז ער צוריקגעקומען מיט טויזנטער תלמידים.
ער האט ארגאניזירט די תורה שבעל פה אויף א וועג וואס האט געלעגט דעם יסוד פאר דער משנה, און זיין מעטאד פון ארויסציען געזעצן פון יעדן אות פון דער תורה האט געפארמט אלע שפעטערע יידישע לערנען. דער תלמוד זאגט אז ער האט געהאט 24,000 תלמידים וואס זענען געשטארבן אין א מגיפה צווישן פסח און שבועות; דערנאך האט ער געלערנט נאך פינף, צווישן זיי רבי שמעון בר יוחאי און רבי יהודה בר אילעי , דורך וועמען די תורה איז געווארן באנייט.
ער האט געשטיצט דעם בר כוכבא רעוואלט. ווען רוים האט פארבאטן תורה לערנען האט ער ווייטער געלערנט, און איז געווארן אומגעברענגט דורך די רוימער, שטארבנדיק מיט די ווערטער פון קריאת שמע אויף זיינע ליפן. ער ווערט גערעכנט צווישן די צען קדושים. לויט דער טראדיציע איז ער באגראבן אין טבריה.